הרב שמואל זאב ליכטער זצ"ל מכוונת הלב

תולדות גדולי ישראל ודברי ימי עמינו

פותח הנושא
יוסף בנימין
הודעות: 112
הצטרף: 30 מרץ 2020, 20:00
נתן תודה: 146 פעמים
קיבל תודה: 29 פעמים
יצירת קשר:
סטטוס: לא מחובר

הרב שמואל זאב ליכטער זצ"ל מכוונת הלב

שליחה על ידי יוסף בנימין » 23 מאי 2022, 20:51

נפטר ערב שבת שעברה
כפי שאני שומע הוא היה גדול בישראל 
גדול מרבן שמו
כל חייו למד ולימד
פסק והורה
לא פסק פומיה מגירסא
לא נהנה מהעוה"ז כלום
היה קדוש וטהור
אשמח אם יכתוב מישהו עליו

 


לבי במערב
הודעות: 16465
הצטרף: 28 נובמבר 2017, 03:37
מיקום: עקב צמצום שהותי כאן בע"ה, לענינים נחוצים - נא לפנות בהודעה פרטית. בתודה מראש.
נתן תודה: 20377 פעמים
קיבל תודה: 13563 פעמים
יצירת קשר:
סטטוס: לא מחובר

Re: הרב שמואל זאב ליכטער זצ"ל מכוונת הלב

שליחה על ידי לבי במערב » 24 מאי 2022, 00:11



אשר שרייבר
הודעות: 89
הצטרף: 17 ספטמבר 2021, 22:32
נתן תודה: 554 פעמים
קיבל תודה: 81 פעמים
יצירת קשר:
סטטוס: לא מחובר

Re: הרב שמואל זאב ליכטער זצ"ל מכוונת הלב

שליחה על ידי אשר שרייבר » 24 מאי 2022, 00:59

לבי במערב כתב:
24 מאי 2022, 00:11
לדוברי שפת אידיש:
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... db6bfb279b
חסום לי בנטפרי. וואס שרייבן זיי דארט?


לבי במערב
הודעות: 16465
הצטרף: 28 נובמבר 2017, 03:37
מיקום: עקב צמצום שהותי כאן בע"ה, לענינים נחוצים - נא לפנות בהודעה פרטית. בתודה מראש.
נתן תודה: 20377 פעמים
קיבל תודה: 13563 פעמים
יצירת קשר:
סטטוס: לא מחובר

Re: הרב שמואל זאב ליכטער זצ"ל מכוונת הלב

שליחה על ידי לבי במערב » 24 מאי 2022, 01:02

אשר שרייבר כתב:
24 מאי 2022, 00:59
וואס שרייבן זיי דארט?
שמונה עמודים, 180 הודעות. איך וכיצד אוכל לתמצת זאת [ועוד להריקו מלשון ללשון], מבלי לעבור את מגבלת התוים?!


מתון מתון
הודעות: 1394
הצטרף: 06 דצמבר 2021, 12:06
נתן תודה: 569 פעמים
קיבל תודה: 1035 פעמים
יצירת קשר:
סטטוס: לא מחובר

Re: הרב שמואל זאב ליכטער זצ"ל מכוונת הלב

שליחה על ידי מתון מתון » 06 יוני 2022, 15:02

אשר שרייבר כתב:
24 מאי 2022, 00:59
לבי במערב כתב:
24 מאי 2022, 00:11
לדוברי שפת אידיש:
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... db6bfb279b
חסום לי בנטפרי. וואס שרייבן זיי דארט?
=העתק מאידישע וועלט פארומס=
באקומען פון א תלמיד

יראתי בפצותי... די האנט ציטערט. די פענע פראטעסטירט. און די טינט איז ווי פארטריקענט. און מיט רעכט! אפילו דער דומם שפירט אז היינט איז אנדערש, דער דומם וויל מיך נישט לאזען שרייבען אויפן הייליגען רב רבינו שמואל זאב זי"ע די ווערטער "הריני כפרת משכבו", דער גאנצער יקום דער גאנצער מציאות פון די וועלט אויך דער דומם פארשטייט אז די וועלט איז אן אנדערע וועלט. "תמרים הניעו ראש על צדיק כתמר" אגעהויבען פונעם דומם ארויף צום צומח יעדער פארשטיט אז עפעס שרעקליך האט היינט פארסירט! יא! דער הייליגער רב זי"ע איז געזיצען דארט אויבן באהאלטען אויפן בוידעם "העכער בארא פארק" וואו ער פלעגט דאס זעלבסט באצייכנען אבער די אוויר העולם האט געהאט חיות דקדושה פון יעדע נשימה ונשימה פונעם גרויסען צדיק! א צובראכענער ערקלער איך צו מיין פעדער "איך וועל שרייבען מיט א שינוי",, נישט מיט טינט נאר מיט זאלציגע טרערן נישט מיט די האנט נאר מיט די הארץ, ער גייט איין ער רעזיגנירט און איך שרייב...

פארוויינט און צובראכען זעץ איך מיר אראפ שרייבען מיינע געפילען, אקראשט צוריקגעקומען פון די לויה שוין באלד שבת. שוין פארניצט אלע "עמערזעשנסי רעזעווארן" פון טרערן אבער דער אויג כמעין המתגבר שפרינקלט ווייטער ארויס א טרער נאך א טרער בלי הפסק!
די מספידים פארענטפערן וואס דער דאפלט לשון "יתומים היינו" "ואין אב" באדייט, אויך דער דאפעלטער "אבי אבי" ווערט מיושב כמין חומר איין מאל און נאכאמאל ווי לאנג דער גרויזאמער מלאך המות טוט זיין קאלטבלוטיגער שליחות, אבער איך ווייס נישט וואס איז שווער! "דברה תורה כלשון בני אדם"! דאפעלט? עס איז דען דאפעלט? אפילו סזאל שטיין הונדערט מאל "אבי אבי" ברענגט דאס נישט גענוג ארויס די אבידה שאין לה תמורה! הייליגע טאטע! דער קרוין פונעם דור!
וואו וועט מען נאך נעמען די שלוות הנפש נאכן פארלאזען דעם שטוב פונעם רב וויסענדיג אז מהאט געפויעלט?! וועמען וועט מען פרעגן וועמען?! א יעדע שאלה מקטן ועד גדול פארענטפערט מיט א פאטערליכע שמייכעל!

"אריינגיין צום רב" אה! דער "פארן אריינגיין", אריינטרענדיג אין דער כמו מויאזיעם דארט אויבן וואו מקען נאר ארויף גיין זיך אייבעגענדיג די רוקען.. דער "פארצימער" וואס איז באשטאנען פון דער שלאנג שמאלער האלוועי מיט דיק מיט-קארפעט-באדעקעטע ערד ווען דער וואנט איז ליבערשט איין גרויסער ספרים שראנק, טויזענטער ספרים! ווירקלעך טויזענטער! און... כמעט יעדע האט דעם רב'ס חותם! נעמליך די רשימות ביים סוף פונעם ספר וואו דער רב האט זיך פארצייכענט פארשידענע שטיקלעך פונעם ספר, זאל דער מחבר זיין א יונגערמאן פון בני ברק צו א פריש געווארנער מצוין פון עפעס א כולל אין בארא פארק, דער רב האט עס דורכגעקוקט מהחל ועד כלה! און יעדער ספר געוויסט דער גענויער ארט וואו ס'ליגט! מדערמאנט זיך ביים רב אין שטוב וואו דער רב הייסט ארויסנעמען א ספר ווייל ער וויל עפעס ווייזען "ס'ליגט אויף יענע שעלף אין יענע שאנק" און ווען מען האט עס נישט געטראפן פלעגט זיך דער רב אויפשטעלן מיט א שמייכעל ארויפקריכן אויפן בענקל און ווייזען אז מען האט נישט גענוג גוט געקוקט...
דער אימה ופחד אנקוקענדיג די אויסגעלאטערטע צורה וואס האט געלאכטען כזוהר הרקיע כל ימי חייו "א צורה וואס האט געמאנט און געפאדערט" וואו חתנו הגאון המופלא רבי יחזקאל מייזעלס שליט"א האט זיך אויסגעדריקט ביי זיין פייערדיגע הספד! "נישט קיין מענטש און אויך נישט נאטורליך א מלאך נאר א מענטש וואס האט זיך אויסגעארבעט צו זיין וואו א מלאך" האט ריכטיג מגדיר געווען ביים הספד חתנו הגהצ רבי שלום אליעזר כץ שליט"א.

מדערמאנט זיך צוריק נאך אלס יונגעל די פחד וואס מהאט געהאט אריינגייענדיג אל הקודש פנימה מיט אאמו"ר לברך ולהתברך "ווייל דער רב ווייסט זיכער וואס איך טראכט יעצט" און דער הייליגער רב קוקט מיר -אכט יעריגע יונגעל- אהן מיט זיין געטליכע צורה און פרעגט מיר ליבלעך "וועסט פאלגען דיין טאטע און מאמע"?
אה! כיבוד אב ואם! דער סימבאל פונעם יאר הונדערט! די זכרונות שווימען ווי דער רב שפאצירט מיט אביו החסיד רבי נח זכרונו לברכה אין קאנטרי אויפן ראוד ווען מיט איין האנט האלט ער אהן דעם טאטען און די אנדערע האנט האלט ער בגבורת הנפש א גרויסע בענקל דער טאטע זאל זיך קענען אפרוען אינמיטן שפאצירן...
נישטא אזא זאך אז דער גוף דערהייבט עס נישט! "ווייל ער האט פיינט געהאט זיין גוף בתכלית השנאה" האט האדמור מקאשוי שליט"א פאסיג עס אראפגעלייגט ביי זיינע ווארעמע דברי הספד, קיינמאל נישט געגעסן מער ווי ער האט געדארפט צום לעבן בלי שום גוזמא! און וואו אונז האבן געהערט פון איינע פון די חשובע קינדער זענען די קינדער אין שטוב געווען ערשטוינט ווען איינע פון די איידעמער שליטא האט געגעסן א פרי אינמיטן טאג ווייל זיי האבן קיינמאל דאס נישט געזעהן פריער! נישט קיין קאווע ביים לערנען און נישט קיין גלאז וואסער "סתם ווייל סאיז הייס"! "אנדערע מענטשען שלאפען יא אין א בעט" האבן די גרעסערע קינדער אנגעזאגט די קלענערע פאר די חתונה ווייל זייער טאטען האבן זיי אין א בעט קיינמאל געזעהן!

"בכל דרכיך דעהו" קלינגט אונז אין די אויערן די ווערטער פונעם רב זצ"ל, ער פארלאנגט נישט קיין מדריגות נאר פשוט טוהן דעם רצון השם 24 שעה יעדע סעקונדע פון טאג רונדע דעם זייגער! "געדענקן אז דער זייגער איז דער גרעסטער מוסר ספר" שרייבט דער רב זצ"ל אין א מכתב פאר תלמידו הנאמן הגאון גאב"ד וואדריטש שליט"א, "בא בימים" דער רב זצ"ל האט אויף יעדע סעקוונדע פון זיינע פינעף און אכציג יאר געקענט אפגעבן א דין וחשבון וואס ער האט געטוהן! קיין סעקונדע נישט פארברענגט מילדותו אינדרויסען פון די גמרא! נאך אלס קינד ליגענדיג אין בעט ווייל די מאמע האט אים געשיקט שלאפען האלטענדיג א קליינע גמרא מיט א פלעשלייט אונטער די דאכענע ועד זקנה ושיבה ווען ער האט באפיסת כוחותיו בשנתו האחרון געבעטן מזאל לערנען מיט אים יעדע סעקונדע! שמועסען? מאן דכר שמייהו! זיך אפרוען אפאר מינוט? מאן דכר שמייהו!
די זכרונות לויפן ווייטער מדערמאנט זיך די יארן אין ישיבה וואו דער רב האט מיטגעלעבט און מיטגעאטעמט מיט יעדן בחור, אנגעהויבן פון די הייליגע תפילות צוזאמען מיט די בחורים, ווען די בחורים קוקען זיך איין די געוואלדיגע עבודת הקודש פון די לאנגע שמונה עשרהס די הייליגע אויגן פונעם רב ממש וואו שטעכן יעדע ווארט פונעם כתב אשורית סידור דער רב טייטלעלט יעדע ווארט פון קריאת שמע או ןדאווענט פאראויס פסוקי דזמרה וואו ער זאל ווען "מונה מעות" זיין א מיליאן דאללער יעדן טאג!

ווער רעדט נאך נאכן דאווענען וואס חבלים נפלו לנו אז דער גרויסער רב פלעגט אונז כמה פעמים צורופען האלטענדיג זיין תפילין של ראש אין די האנט און פרעגן בליציגע קשיות אויף די חומש רש"י פון די וואך זאגענדיג "מארגען נאכן דאווענען וויל איך הערן א תירוץ"! הנאה האבענדיג ווען מהאט צוגעטראפען די ריכטיגע תירוצים,
איי די יראת התרוממות וואס האט זיך געשפירט אינמיטן פארמיטאג ווען דער רב איז ערשינען מיט זיין גרויסע גמרא אין די האנט און געקליבען א חברותא זאל צוקומען לערנען מיט אים, א זכיה וואס יעדער בחור האט ארויסגעקוקט בכליון עינים! דער בקיאות וואס מהאט דעמאלטס געקענט ארויסבאקומען איז געווען להפליא ממש!
די וועכענטליכע פרייטאג שמועסן וואו דער רב האט איבערגעזאגט זיינע דברי תורה און געמאנט און געפאדערט, וועלכע תלמיד געדענקט דען נישט דעם מרגלית מפומי’ ווארט בשם זיין גרויסען שווער דער הייליגער קראסנא רב "טעמו" קאסטס נאר אביסל אזוי וואו א מאמע בעט זיך ביי איר קינד צו פארזיכען פונים נאכטמאל "וראו כי טוב השם" וועט עטס שוין איינמאל וועלן עסן נאך! און די כסדרדיגע דרשות צו זאל עס זיין פארלענענדיג צעטיל קטן פון הרה"ק רבי אלילך מליזענסק זי"ע אינעוויניג א.ד.ג. די הערליכע שאלות ותשובות מפעם לפעם אויף הלכות שבת הלכות תפילה און ענינא דיומא ווא מפלעגט קענען אריינגעבן שאלת וואס איז געפרעגט געווארן ברבים ווען פונעם רב גיסט זיך קלארע תשובות אויף יעדע נושא, דער חבורת "עבודה שבלב" וואס דער רב האט געגרינדעט פאר די בחורים און פארגעשריבען תקנות לתיקון בתפילה. ועל כל אלה דווה לבינו!
דער מח ווערט וואו פארגליווערט ווען מדערמאנט זיך דער הויעכפונקט פונעם יאר "דער זומער" וואס די בחורים האבן געהאט די זכיה צו זיין 24 שעה א טאג 7 טעג א וואך במחיצת הקודש!! דער שבת ביים רב! נועם הנשמות כפשוטו ממש! אנגעהויבן פונעם מחזה הוד וואו דער רב לויפט ביי חצות און מקוה "וואו א יונגעל" און וואו מיר הערן פון די תלמידים נאך פון די פריערדיגע יארן איז דאס געווען א עבודה נפלאה פונעם רב אז דער מקוה זאל נעמען צוויי מינוט בלי גוזמא, וואו מדערציילט פלעגט דא סנעמען צוויי מינוט אפגעזעהן צו דער מקוה איז געווען "באבעלדיג הייס" צו "סיביריש קאלט" א שפרונג אריין און א שפרינג ארויס! למעלה מגדר אנושי במלא מובן המילה!
די הייליגע באטע פרייטאג צונאכטס וואו מהאט פארברענגט בשירות ותשבחות ווען דער רב זצל זיצט מיט זיין חומש ארויסבליקענדיג פון צייט צו צייט זיך ארומקוקענדיג אויף תלמידיו הקרוין בנים, דער אור החיים הקדוש שיעור שבת צופרי פארן דאווענען וואו דער רב האט אויסגעקליבען הערליכע שטיקלעך און פארגעלערט בטוב טעם ודעת,און גענדיגט מיט די געהויבענע של"ס וואו דער רב פלעגט נאכדעם צימבלען אני הקטן איבערצוזאגען וואס ער האט געזאגט...

עס וויל זיך נישט גלייבען אז מגייט זיך "צוגעוואונען" צו א וועלט אנעם רב!! על מי נטשת את הצאן?! עס איז ממש אומבאשרייבליך דער קשר נפשי וואס מיר האבן געהאט מיטן רב! "גדולים צדיקים במיתתם יותר מבחייהם" מיט א נייער קנייטש ווען נאך די הסתלקות קומען ארויס אזויפיל האר אויפשטעלדנע מעשיות פון אומצאליגע יחידים וואס דער רב זצל האט זיי געטראגען אויף זיינע פלאץ ממש כפשוטו אריינגערעכנט יודען וואס נישט קיין סאך האבן זיך מיט זיי מטפל געווען וד"ל, אז עס שווימט אונז ארויף וואס דער רב האט אמאל פאר שבועות נאכגעזאגט אין ישיבה אז ווען די יודען זענען אנגעקומען קיין מדבר סיני איז "יומא קמא" האט דער אויבערשטער גארנישט געזאגט וועגן די "טילטולא דאורחא" שטעלט זיך די פראגע אז לכאורה וואס איז די טלטול? די יודען זענען דאך געגאנגען מיט די ענני הכבוד? ["וואו מיט א באקוועמע דזשעט" וואו דער רב פלעגט זיך וערטלען רענדנדיג צו זיינע תלמידים קרוין בנים אויף זייער יונגער שפראך] נאר וואס דען, די איינציגסטע וואס האבן נישט אריינגעפאסט אין די עננים זענען געווען די עירוב רב און זיי זענען געווען אפגעמוטשעט! האט מען אויפגעהאלטען קבלת התורה מיט א טאג לכבוד דעם שוואכען עלעמנט! יא דער גרויסער רב וואס לא פסיק פומא מגירסא כל ימי חייו האט פארמאכט די גמרא פאר אט די אפגעמוטשטע יודען הונדערטער מאל, זיי אריינגערופען צו זיך זיי אנגערופען אויפן טעלעפאון געבן א גוט ווארט! דער געמיש פון תביעה מיט חיזוק מיט א אבנארמאלע חכמה וואס קיינער קען נישט נאכמאכן! "מיר זענען בני מלכים" פלעגט ער מיט אונז חזר'ן "עס איז תביעה פון איין זייט און א זכיה פון די אנדערע זייט", כסדר געחזרט ביי די דרשות וואס א עבודה פון א יוד אפילו די קלענסטע עבוןדה ברורינו אלה וואס עס מיינט בשמי מרום! וכל אלה חסרנו ליידער!

וועם גייען מיר ווייזען פאר די קינדער? דער חלל איז אומערפילבאר און דער ווייטאג איז גרויס!! אבער מיר ווייסען וואס דער רב זצ"ל וואלט געוואלט און דאס איז "געגאנגען ווייטער זיך נישט אפשטעלן"! און מיר גייען דאס פרובירן מיר גייען מיטנעמען דעם אמאל און טראגען ווייטער!
זכותו יגן עלינו!
 


מתון מתון
הודעות: 1394
הצטרף: 06 דצמבר 2021, 12:06
נתן תודה: 569 פעמים
קיבל תודה: 1035 פעמים
יצירת קשר:
סטטוס: לא מחובר

Re: הרב שמואל זאב ליכטער זצ"ל מכוונת הלב

שליחה על ידי מתון מתון » 06 יוני 2022, 15:03

כינוס כלל ישראל.jpg
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.


לבי במערב
הודעות: 16465
הצטרף: 28 נובמבר 2017, 03:37
מיקום: עקב צמצום שהותי כאן בע"ה, לענינים נחוצים - נא לפנות בהודעה פרטית. בתודה מראש.
נתן תודה: 20377 פעמים
קיבל תודה: 13563 פעמים
יצירת קשר:
סטטוס: לא מחובר

Re: הרב שמואל זאב ליכטער זצ"ל מכוונת הלב

שליחה על ידי לבי במערב » 07 יוני 2022, 10:39

מתון מתון כתב:
06 יוני 2022, 15:02
=העתק מאידישע וועלט פארומס=
כדאי לתרגם...


לבי במערב
הודעות: 16465
הצטרף: 28 נובמבר 2017, 03:37
מיקום: עקב צמצום שהותי כאן בע"ה, לענינים נחוצים - נא לפנות בהודעה פרטית. בתודה מראש.
נתן תודה: 20377 פעמים
קיבל תודה: 13563 פעמים
יצירת קשר:
סטטוס: לא מחובר

Re: הרב שמואל זאב ליכטער זצ"ל מכוונת הלב

שליחה על ידי לבי במערב » 07 יוני 2022, 10:51

אשר שרייבר כתב:
24 מאי 2022, 00:59
חסום לי בנטפרי. וואס שרייבן זיי דארט?
בנתים אצרף כאן, ואולי תצמח מכך תועלת למאן־דהו:
◆ אַלּוֹן בָּכוּת ◆ - עמוד 39 - פורום אוצר החכמה.pdf
נשבה ארון הקודש - אידישע וועלט פארומס • עמוד 1.pdf
נשבה ארון הקודש - אידישע וועלט פארומס • עמוד 2.pdf
נשבה ארון הקודש - אידישע וועלט פארומס • עמוד 3.pdf
נשבה ארון הקודש - אידישע וועלט פארומס • עמוד 4.pdf
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.


לבי במערב
הודעות: 16465
הצטרף: 28 נובמבר 2017, 03:37
מיקום: עקב צמצום שהותי כאן בע"ה, לענינים נחוצים - נא לפנות בהודעה פרטית. בתודה מראש.
נתן תודה: 20377 פעמים
קיבל תודה: 13563 פעמים
יצירת קשר:
סטטוס: לא מחובר

Re: הרב שמואל זאב ליכטער זצ"ל מכוונת הלב

שליחה על ידי לבי במערב » 07 יוני 2022, 10:52

נשבה ארון הקודש - אידישע וועלט פארומס • עמוד 5.pdf
נשבה ארון הקודש - אידישע וועלט פארומס • עמוד 6.pdf
נשבה ארון הקודש - אידישע וועלט פארומס • עמוד 7.pdf
נשבה ארון הקודש - אידישע וועלט פארומס • עמוד 8.pdf
נשבה ארון הקודש - אידישע וועלט פארומס • עמוד 9.pdf
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.


לבי במערב
הודעות: 16465
הצטרף: 28 נובמבר 2017, 03:37
מיקום: עקב צמצום שהותי כאן בע"ה, לענינים נחוצים - נא לפנות בהודעה פרטית. בתודה מראש.
נתן תודה: 20377 פעמים
קיבל תודה: 13563 פעמים
יצירת קשר:
סטטוס: לא מחובר

Re: הרב שמואל זאב ליכטער זצ"ל מכוונת הלב

שליחה על ידי לבי במערב » 07 יוני 2022, 10:52

במחיצת חותנו.jpeg
02A04565-ECC4-45DF-9FDA-0231E3EE8858.jpeg
חנוכה-תשעד-בחצר-הקודש-כוונת-הלב-1.jpg
האדמור-מכוונת-הלב-בדרשת-שבת-הגדול-4.jpg
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.


לבי במערב
הודעות: 16465
הצטרף: 28 נובמבר 2017, 03:37
מיקום: עקב צמצום שהותי כאן בע"ה, לענינים נחוצים - נא לפנות בהודעה פרטית. בתודה מראש.
נתן תודה: 20377 פעמים
קיבל תודה: 13563 פעמים
יצירת קשר:
סטטוס: לא מחובר

Re: הרב שמואל זאב ליכטער זצ"ל מכוונת הלב

שליחה על ידי לבי במערב » 07 יוני 2022, 10:53

מסע הלוי' - 1.jpg
מסע הלוי' - 2.jpg
מסע הלוי' - 3.jpg
מסע הלוי' - 4.jpeg
Capture.PNG
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.


לבי במערב
הודעות: 16465
הצטרף: 28 נובמבר 2017, 03:37
מיקום: עקב צמצום שהותי כאן בע"ה, לענינים נחוצים - נא לפנות בהודעה פרטית. בתודה מראש.
נתן תודה: 20377 פעמים
קיבל תודה: 13563 פעמים
יצירת קשר:
סטטוס: לא מחובר

Re: הרב שמואל זאב ליכטער זצ"ל מכוונת הלב

שליחה על ידי לבי במערב » 07 יוני 2022, 10:54

1B1656DA-C6D6-49C3-A772-F1C1A8B79BB7.jpeg
E55D46E8-CEF4-4BA5-88AA-E6607E5EDD0A.jpeg
f326f29e-7dc1-41ef-967c-ebbfb4f2fb2d.jpg
ef758568-9176-45f7-b387-0aadf86da12b.jpg
Capture (1).PNG
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.


לבי במערב
הודעות: 16465
הצטרף: 28 נובמבר 2017, 03:37
מיקום: עקב צמצום שהותי כאן בע"ה, לענינים נחוצים - נא לפנות בהודעה פרטית. בתודה מראש.
נתן תודה: 20377 פעמים
קיבל תודה: 13563 פעמים
יצירת קשר:
סטטוס: לא מחובר

Re: הרב שמואל זאב ליכטער זצ"ל מכוונת הלב

שליחה על ידי לבי במערב » 07 יוני 2022, 10:55

מכתב חיזוק מכק אדמור קראונא.pdf
KSH.jpg
Atzeres Willi Thu.jpg
BBF9EF2A-7D3B-46E9-B408-19E41F89E8F8.png
IMG-20220525-WA0186.jpg
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.


לבי במערב
הודעות: 16465
הצטרף: 28 נובמבר 2017, 03:37
מיקום: עקב צמצום שהותי כאן בע"ה, לענינים נחוצים - נא לפנות בהודעה פרטית. בתודה מראש.
נתן תודה: 20377 פעמים
קיבל תודה: 13563 פעמים
יצירת קשר:
סטטוס: לא מחובר

Re: הרב שמואל זאב ליכטער זצ"ל מכוונת הלב

שליחה על ידי לבי במערב » 07 יוני 2022, 10:55

1ddfd62f-3576-4110-95c4-f395c9e48ead.jpg
1a18765c-b928-4658-810a-6134038f800b.jpg
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.


תבונה
הודעות: 131
הצטרף: 14 מאי 2019, 12:06
נתן תודה: 57 פעמים
קיבל תודה: 116 פעמים
יצירת קשר:
סטטוס: לא מחובר

Re: הרב שמואל זאב ליכטער זצ"ל מכוונת הלב

שליחה על ידי תבונה » 07 יוני 2022, 11:35

לבי במערב כתב:
07 יוני 2022, 10:52
במחיצת חותנו
מי היה חותנו?


לבי במערב
הודעות: 16465
הצטרף: 28 נובמבר 2017, 03:37
מיקום: עקב צמצום שהותי כאן בע"ה, לענינים נחוצים - נא לפנות בהודעה פרטית. בתודה מראש.
נתן תודה: 20377 פעמים
קיבל תודה: 13563 פעמים
יצירת קשר:
סטטוס: לא מחובר

Re: הרב שמואל זאב ליכטער זצ"ל מכוונת הלב

שליחה על ידי לבי במערב » 07 יוני 2022, 11:49

תבונה כתב:
07 יוני 2022, 11:35
מי היה חותנו?
חמרא טבא כתב:געווען אן איידעם ביי הגה״צ רבי הילל ליכטנשטיין מקראסנא זצ״ל . .


תבונה
הודעות: 131
הצטרף: 14 מאי 2019, 12:06
נתן תודה: 57 פעמים
קיבל תודה: 116 פעמים
יצירת קשר:
סטטוס: לא מחובר

Re: הרב שמואל זאב ליכטער זצ"ל מכוונת הלב

שליחה על ידי תבונה » 07 יוני 2022, 13:02

קשור לרבי הלל מקאלאמיי?


לבי במערב
הודעות: 16465
הצטרף: 28 נובמבר 2017, 03:37
מיקום: עקב צמצום שהותי כאן בע"ה, לענינים נחוצים - נא לפנות בהודעה פרטית. בתודה מראש.
נתן תודה: 20377 פעמים
קיבל תודה: 13563 פעמים
יצירת קשר:
סטטוס: לא מחובר

Re: הרב שמואל זאב ליכטער זצ"ל מכוונת הלב

שליחה על ידי לבי במערב » 07 יוני 2022, 13:16

אחיינו הוא.

שלח תגובה הנושא הקודםהנושא הבא
  • נושאים דומים
    תגובות
    צפיות
    הודעה אחרונה

חזור אל “דעת דורות”

מי מחובר

משתמשים הגולשים בפורום זה: מגנא ומצלא | 8 אורחים